כ׳האָב אױסגעפֿונען אַ שיטה פּראַקטיצירן די רײד: איבערזעצן טעקסטן אױף אַ קול פֿון ענגליש אין ייִדיש.
מעלות:
- מע דערף נישט האָבן אַ שמועס-שותּף.
- איך בין מודה: מײַנע פּראָסטע שמועסן זײַנען אַ מאָל אַ ביסל פּוסט. אָבער מיט דער שיטה, באָט אָן דער טעקסט אַ רײַכערן װערטער־אוצר און סינטאַקנס װי װאָס איך װאָלט אַלײן פּראָדוצירן.
- מ׳קען איבערזעצן אױס אַרבל און אַזױ פּראַקטיציקרן די אינסטינקטיװע, פֿליסיקע רײד.
- מ׳קען איבערחזרן די טעקסטן און אַזױ זיך גוט אָפּלערנען די װערטער און סינטאַטקטישע פֿאָרעמען.
- מ׳קען אַרײַנשרײַבן אַ פּאָר ייִדישע גלאָסן ממש אינעם טעקסט, און אַזױ זיך לערנען נײַע װערטער און אידיאָמען. דערנאָכדעם, קען מען אָפּמעקן װערטער װאָס מען שױן װײסט גוט.
- מ׳קען אױסקלײַבן שטיקן פֿון בעלי־מחברים װאָס באַניצן זיך מיט אַ פּשוטער שפּראַך.
- מ׳קען אױסקלײַבן ליטעראַטור מיט אַ שװערער, פּאָעטישער שפּראַך כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס ייִדיש. איך װאָלט פֿאָרט נישט ניצן ממש פּאָעזיע װײַל דאָס באַדאַרפֿט אָפּגעהיטן אַכט אין איבערזעצן. אָבער פּראָזע מיט אַ פּאָעטישן שװוּנג קען זײַן הנאהנדיק איבערצוזעצן מחמת דעם שײן לשון.
שטיקעלעך:
די אָ האָבן גלאָסן װאָס טױגן מײַנע ידיעות. אַװדאי מוז יעדער אײנער צופּאַסן די גלאָסן פֿאַר זיך אַלײן.
- „דאָס חלום־זוכעניש פֿון אומבאַקאַנט קאַדאַט“ פֿון ה.פּ. לאַװקרעפֿטן, מיט גלאָסן
- װידיאָ: איך לײען פֿאָר אָ ביסל אין ייִדיש, פֿונעם ענגלישן מקור . אין דער אָ פֿאָרלײענונג, האָב איך גוט געניט דעם טעקסט; פֿאַרשטײט זיך, װען אין זעץ איבער אַ טעקסט אױף אַ קול דאָס ערשטע מאָל, איז דאָס ייִדיש אַ סך װעניקער פֿליסיק.
- די געטער פֿון פּעגאַנע פֿון לאָרד דאַנסאַנינן
- שטערן־שיף קאַװאַליריסטן פֿון ראָבערט אַ הײַנלינען